קארגא שיף עקספלאדירט אין וואסערן נעבן סרי לאנקע

א ריזיגער קארגא שיף, מיט צענדליגער קאנטעינערס אויף דעם, האט אויפגעריסן אין העלישע פלאמען, פארברענענדיג גרויסע חלקים פון די שיף.

דער שיף וואס טראגט די סינגאפור פאן, איז געשטאנען נישט ווייט פון די ברעגעס, ווארטנדיג אריינצופארן אין די דארטיגע פארט, ווען א פייער האט אויסגעבראכן פיר טאג צוריק. זעענדיג אז ס'ברענט א פייער האט מען זאפארט עוואקואירט די מאנשאפט, און פראבירט צו פארלעשן די פייער מיט שיפן פון ארום. אבער - נאכן ברענען פיר טעג - האבן די שעדליכע קאמיקאלן, וואס דער שיף האט טראנספארטירט, אויפגעריסן אין א ריזיגער פייער-באל, ארויפשיקנדיג פלאמען וואס זענען געזען געווארן ביז ווייט אוועק.

צו מזל איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, און די רעטונג-אגענטורן האבן באוויזן צו ברענגען די פייער אונטער קאנטראל.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל