אמעריקאנער אויסערן מיניסטער אנגעקומען קיין מדינת ישראל

דער אמעריקאנער אויסערן מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', איז נעכטן אנגעקומען קיין מדינת ישראל, וואו ער האט באקומען א ווארעמע אויפנאמע דורך דער ארטיגער אויסערן-מיניסטער 'גבי אשכנזי'.

בלינקין איז צוגעפארן צו דער פרעמיער-מיניסטער'ס אפיס אין ירושלים, וואו די צוויי האבן געהאט א לאנגע זיצונג, און דערנאך ארויסגעקומען געבן א געמיינזאמער סטעיטמענט.

ביי די פרעסע קאנפערענץ האט 'בלינקין' ווידער געברענגט זיין מעסעדזש פון וואשינגטאן, אז פרעזידענט ביידען שטיצט פולקאם די רעכטן פון מדינת ישראל זיך צו פארטיידיגן. "פארן פרעזידענט איז עס פערזענליך... ער איז געווען פון מדינת ישראל'ס שטארקסטע שטיצער פאר די לעצטע פופציג יאר. דער פרעמיער-מיניסטער האט שטארק אויסגעלויבט פרעזידענט ביידען, פאר זיין שטיצע צו מדינת ישראל, און אזוי אויך האט ער באדאנקט בלינקין.

ביבי האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט, ווען ער האט גערעדט פון די כאמאס טעראר-גרופע, זאגנדיג, אז אויב וועלן זיי ברעכן די פייער-אפשטעל, וועט מדינת ישראל רעאגירן מיט א שטארקייט.

בלינקין האט זיך דערנאך געטראפן מיט 'בני גנץ', וואס האט זיך אויך שטארק באדאנקט פאר די ביידען אדמיניסטראציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל