דער הויפט פון די פאליטישע פליגל פון די כאמאס טעראר-גרופע, 'איסמאעל האניע', איז ערווארטעט אנצוקומען אין קיירא-עגיפטן, וואו ער גייט זיך טרעפן מיט עגיפטישע פאליטיקאנטן, צו דורכשמועסן די צוריק אויפבוי פון עזה.
ווי שוין באריכטעט דא, האט עזה געזען אטאקעס וואס זיי האבן ביז היינט נישט בייגעוואוינט, און ס'פעלט זיך דערפאר אויס שווערע מיליאנען צוריק אויפצובויען די חרוב'ע געגנטער.
די ביידען אדמיניסטראציע האט געזאגט אז זיי וועלן זיכער מאכן אז דאס געלט גייט טאקע פאר ציווילע צוועקן, אין נישט פאר ווייטערדיגע טעראר-אקטיוויטעטן דורך די כאמאס טעראר-גרופע. וויאזוי זיי פלאנירן דאס צו טון האבן זיי נישט געזאגט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה