אוסטראליע שליסט איר אמבאסאדע אין אפגאניסטאן

אוסטראליע פרעמיער מיניסטער, 'סקאט מאריסאן', האט געמאלדן אז אוסטראליע וועט שליסן איר אמבאסאדע אין אפגאניסטאן.

די מעלדונג קומט עטליכע וואכן דערנאך וואס פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז די פאראייניגטע שטאטן פארלאזט דאס לאנד, און דאס האט באוואויגן צו שליסן איר אמבאסאדע, זאגנדיג אז אירע דיפלאמאטן זענען נישט פארזיכערט אין אפגאניסטאן.

מארעסאן זאגט, אז דאס פארלאזן אפגאניסטן דורך די אליאירטע כוחות, ברענגט נאך א גרעסערע זיכערהייט געפאר פאר דיפלאמאטן, פון וואס ס'איז געווען ביז היינט, און ער פילט נישט אז ס'איז א גוטע זאך אז זיי זאלן פארבלייבן אין לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל