מיליאנען מייז ווערן באריכטעט אין די לעצטע שטיק צייט אין די סובארב געגנטער אין דרום-מזרח אוסטראליע, ווי רעקארדירונגען צייגן שווערע טויזנטער מייז, אן קיין גוזמא, האבן איבערגענומען גאנצע געגנטער, און מאכן חרוב פעלדער און הייזער.
צענדליגער פייערן זענען שוין אונטערגעצינדן געווארן דורך די מייזלעך, וואס האבן שוין אפגעקאסט די גאנצע האב און גוטס פון פאמיליעס.
די איינוואוינער קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די אויסברוך פון מייז, און וואו מ'גייט זעט מען זיי, און וואס מ'הייבט נאר אויף לויפן פון דארט ארויס הונדערטער מייז.
אויף איין רעקארדירונג זעט מען וויאזוי א מאן קומט אריין אין זיין וועירהויז, און די גאנצע פאדלאגע און אלע שיפלאדן זענען אנגעפילט מיט מייז, וועלכע צעלויפן זיך צו אלע זייטן ווי נאר זיי הערן זיינע פיסטריט.
די אוסטראלישע רעגירונג איז אין א פארלעגנהייט וואס צו טון, וויבאלד די מייזן זענען ארויס פון יעדע קאנטראל און זיי ווייסן נישט ווי אנצוהויבן. יא, די מענטשן כאפן טאקע טויזנטער מייז, אבער פון יעדע טויזנט וואס מ'כאפט, ווערן שוין געבוירן נאך צענדליגער, און אזוי גייט אן די שרעקליכע און איבלדיגע סצענע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה