פרישע אויפשטאנד אין מאלי

ווידער אן אויפשטאנד אין אן אפריקאנער לאנד, דאסמאל אין מאלי, א לאנד אין מערב-אפריקע, וואו דער וויצע-פרעזידענט, און איינער פון די העכסטע מיליטערלייט אין די ארטיגע מיליטער, האבן ארויסגעצווינגען דעם פרעזידענט און דער פרעמיער-מיניסטער.

דער פרעמיער-מיניסטער און פרעזידענט זענען אוועקגעפירט געווארן אין ארעסט, וואו זיי געפינען זיך אין א מיליטערישע באזע.

דאס איז שוין די צווייטע אויפשטאנד אין מאלי, אין בלויז א יאר צייט, ווען מיט ניין חדשים צוריק איז דארט אויך פארגעקומען א רעוואלוציע אראפצואווארפן די ארטיגע רעגירונג.

אויף די גאסן פון מאלי האבן ספאנטאניש אויסגעבראכן פייערונגען, פון בירגער וואס זענען ארויסגעקומען פייערן די רעוואלוציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל