בעלארוס רעפארטער ערשיינט אין א רעקארדירונג

דער רעפארטער וואס דער בעלארוסער רעגירונג האט געצילט, מיטן אראפצווינגען די רייע-עיר פליגער, מיט עטליכע טעג צוריק, איז ערשינען אויף א רעקארדירונג, וואס איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן א רעגירונג פראפעגאנדע געצייג, אין וואס ער איז געצווינגען געווארן צו רעדן.

דער אפאזיציע בלאגער, 'ראומען פראטאסעוויטש', זאגט אין דער רעקארדירונג, אז ער קאפערירט מיט די בעלארוסע אויטאריטעטן, און ער ווערט באהאנדלט לויטן געזעץ. אבער מענטשן וואס קענען אים, און געוויסע עקספערטן צייגן אן אויף זיין געזיכט אויף געוויסע סימנים, וואס ווייזן אז ער איז גוט אנגעשלאגן געווארן, און זיין נאז איז אנדערש ווי ס'פלעגט זיין. דאס מיינט אז ער איז געשוואלן פון קלעפ, אדער עפעס אנדערש וואס מ'האט אים געטון.

די אינטערנאציאנאלע געמיינדע לאזט נישט נאך פון די שארפע רעאקציעס, ווען די אי.יו. האט געמאלדן אז זיי פארבאטן די נאציאנאלע בעלארוס בעליוויע עירליין, צו לאנדן אין זייערע לופט-פעלדער. א גרויסע חלק פון אינטערנאציאנאלע לופט-ליניעס האבן געמאלדן אז זיי פליען נישט מער העכער די הימלען פון בעלארוס.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל