א מאדנע אינצידענט האט זיך היינט אפגעשפילט אין בעלארוס, ווען א מיליטערישע פליגער איז ארויפגעפלויגן און אראפגעצווינגען א ציווילע פליגער, וואס איז אריבערגעפלויגן העכער בעלארוס. צוליב דעם וואס אויף דעם פליגער האט זיך געפינען א קריטיקירער פון דער ארטיגער פרעזידענט, 'לאקאשענקאו'.
לויט די באריכטן האט דער פליגער מאנשאפט אפגענויגט פון די ריכטיגע וועג קיין לאטוועניע, און זיך פארקירעוועט קיין מינסק, די הויפט-שטאט פון בעלארוס, ווען מיליטערישע פליגער באגלייטן איר.
די מאנשאפט האבן געזאגט פאר די פאסאזשירן אז ס'איז דא אויפרייס מאטריאל אויפן פליגער, אבער ווי פארשטענדליך איז עס נישט געווען די פאל.
ווי נאר דער פליגער האט געלאנדעט, האבן די ארטיגע אויטאריטעטן ארעסטירט דעם דזשורנאליסט, וואס איז געפלויגן פון אטענס-גריכלאנד, און איז געווען אויפן וועג קיין לאטוועניע.
לויט א רויטערס באריכט, האט דער בעלארוסער דיקטאטור, 'לאקאשענקא', פערזענליך פארארדנט די אראפצווינגונג פונעם פליגער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה