כאמאס גראבט נאך ארויס זייערע אומגעקומענע מיטגלידער אין די טונעלן

אין מדינת ישראל האלט ב"ה אן די פייער-אפשטעל, וואס איז אויסגעהאמערט געווארן דורך אמעריקע מיט די הילף פון עגיפטן.

שוין זינט דאנערשטאג זענען נישט געפלויגן קיינע ראקעטן אויף מדינת ישראל, און די איינוואוינער אין די שטעט ארום עזה, אטעמען לייכטער, בעת וואס די איינוואוינער אין די ווייטערע געגנטער זענען היבש אויפגעברויזט פארוואס מדינת ישראל איז איינגעגאנגען אויף א פייער-אפשטעל.

די פייער-אפשטעל איז טאקע אין קראפט, אבער די זעלבע אורזאכן וואס האט געגעבן די אויסרייד פאר כאמאס צו אנהויבן שיסן ראקעטן אויף אומשולדיגע ציווילע בירגער, פאסירן ווידער אויפן הר הבית, וואו די אראבישער פאלעסטינער פירן דורך ראיאטן, און שלאגן זיך מיט די ארטיגע פאליציאנטן.

איינער איז אומגעקומען אין די צוזאמשטויסן מיט די פאליציי, און צענדליגער זענען ארעסטירט געווארן.

רעקארדירונגען פון היינט צייגן וויאזוי כאמאס מיטגלידער זענען נאך פארנומען ארויסצוגראבן טויטע כאמאס טעראריסטן, וואס זענען דער'הרג'עט געווארן בעת וואס מדינת ישראל האט אויפגעשאסן זייערע טונעלן אונטער די עזה גאסן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל