טשעיר לופט פאלט אראפ אין איטאליע אומברענגענדיג 13

א 'טשעיר לופט' וואס האט געפירט מענטשן, איז אראפגעפאלן, און האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון 14 מענטשן וואס האבן גערייזט אין איר.

די 'דרום אויטא' האט געמאכט איר וועג ארויף צו א הויכע בארג, שטארק באקאנט פאר טוריסטן, און אויפן וועג ארויף האט זיך די דראט, אויף וואס דער באקסל גליטשט, זיך איבערגעריסן, און אראפגעפאלן טויזנטער פיס, אומברענגענדיג 14 מענטשן. צוויי קינדער זענען אין א קריטישע מצב.

רעטונג אגענטורן האבן געהאט שוועריקייטן אנצוקומען צו דער געגנט, דערנאך וואס די פלאץ איז זייער שיף און ס'איז שווער אנצוקומען אהין.

יעצט ווען מיר שרייבן די נייעס קומט אריין די נייעס אז ליידער זענען 4 מדינת ישראל בירגער צווישן די אומגעקומענע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל