מעכטיגע וואלקענא אויפגעריסן אין קאנגא

א מעכטיגע וואלקענא האט אויפגעריסן נעבן א געדעכט-באוואוינטע געגנט אין קאנגא, און טויזנטער מענטשן זענען אטלאפן צו דער דערנעבנדיגע 'ראוואנדא', אנטלויפנדיג פון די ברענעדיגע לאווא וואס מאכט די וועג צום שטאט.

די שטאט גאומא וואס געפינט זיך מזרח פון קאנגא, זיצט נעבן א גרויסע וואלקענא, אין די לעצטע עטליכע וואכן האבן סייענטיסטן בארואיגט די איינוואוינער אז זיי האבן נישט וואס מורא צו האבן, און אז די לאווא וועט פליסן אין אן אנדערע ריכטונג, אוועק פון די שטאט גאומא מיט אירע צוויי מיליאן איינוואוינער.

אבער ס'האט נישט גענומען לאנג, ביז מ'האט געזען אז די רויטע ברענעדיגע לאווא קומט צו פליסן אין ריכטונג פון שטאט. צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען אנטלאפן פון שטאט.

צו מזל האט די לאווא פלוס זיך אפגעשטעלט בלויז עטליכע הונדערט מעטער פון שטאט, און א שרעקליכע קאטעסטראפע איז פארמיטן געווארן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל