קוריאזער בראזיליאנער פרעזידענט, פירט אן מיט א מאטארביציקל פאראדע

דער קוריאזער בראזיליאנער פרעזידענט, 'דזשיהאר באלסינעראו', האט היינט אנגעפירט מיט א מאטארביציקל פאראדע אין דער הויפט-שטאט, 'ריא דזשענערא', כאטש די שרעקליכע צושטאנד אין וואס דאס לאנד געפינט זיך נאך צוליב די קאראנע ווירוס.

באלסינעראו האט אויפגעטרעטן, וואו ער האט געמאכט קינדערישע וויצן, אויפן חשבון פון די טויזנטער קאראנע ווירוס אנגעשטעקטע, און ווידער אפגעלאכט פון אלץ און אלעמען וואס האט צו טון מיט זיכערהייט.

ס'איז ערווארטעט א שווערע צייט פאר באלסינעראו אין די קומענדיגע חדשים, ווען די ארטיגע פארלאמענט נעמט זיך איבער זיינע ביינער, און גייען אים אויספארשן איבער זיין שלאבערישע רעאקציע צו די טויטליכע קאראנע ווירוס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל