פייער-אפשטעל אריין אין קראפט

נעכטן, צוויי אזייגער מדינת ישראל צייט, האט די וועלט אפגעאטעמט, די מיטל-מזרח האט זיך געלייגט שלאפן פאר א נאכמיטאג אפרוה.

צוויי אזייגער איז אריין אין קראפט א פייער-אפשטעל צווישן די כאמאס טעראריסטישע גרופע און די מדינת ישראל מיליטער, וואו די צוויי האבן זיך געשלאגן פאר 11 טעג, בעת וואס ראקעטן האבן באהאגלט מדינת ישראל, און מעכטיגע באמבארדירונגען האבן אויפגעטרייסלט עזה.

ווי נאר די פייער-אפשטעל איז אריין אין קראפט, זענען די פאלעסטינער ארויסגעקומען אין די גאסן, און גע'יובל'ט, שרייענדיג זיג-סלאגאנען, כאטש וואס זיי האבן אריינגעהויבן שטארקע פארלוסטן, און די מדינת ישראל מיליטער האט צוריקגעשטופט די טעראר גרופע כאמאס מיט עטליכע יאר.

שוין פון אנהויב אן האט כאמאס געבעטן פאר א פייער-אפשטעל, דערנאך וואס זיי האבן זיך דערזען אונטער באמבארדירונגען, וואס מדינת ישראל האט ביז היינט נאך אזאנס נישט דורכגעפירט אין עזה. אבער ווי באריכטעט, האט מדינת ישראל אפגעזאגט די פייער-אפשטעל, און ווייטער באמבארדירט, בעת וואס ראקעטן זענען ווייטער געפלויגן קיין מדינת ישראל.

דער אמעריקאנער פרעזידענט, דזשאו ביידען, איז נעכטן פארנאכטס ערשינען פאר די קעמרעס, און געגעבן א דריי מינוטיגע רעדע, וואו ער האט שטארק אויסגעלויבט מדינת ישראל פרעמיער-מיניסטער, נתניהו, ווי אויך דער עגיפטישער פרעזידענט, 'על סיסי', וואס לויט ווי ביידען זאגט האט ער געהאט א שטארקע איינפלוס צו ברענגען צו די פייער-אפשטעל.

דער פרעזידענט האט אויך ווידערהוילט זיין שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל'ס רעכטן זיך צו פארטיידיגן פון די מיסל-אטאקעס. און האט אויך געזאגט, אז מ'קען ארבעטן צוזאמען מיט די פאלעסטינער אויטאריטעט. אבער האט אין די זעלבע צייט געזאגט, אז פארהאנדלונגען קענען אנגיין מיט די אויטאריטעטן אין די מערב-ברעג, און נישט מיט כאמאס, וועם אמעריקע באצייכנט אלס א טעראר-גרופע.

ס'איז צום האפן אז רואיגקייט וועט ארומנעמען יענעם ראיאן, און בקרוב זאל מען שוין אנקומען אהין מיט משיח צדקינו.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל