ארגענטינע גייט אריין אין לאק דאון

בעת וואס אין די מערב-וועלט הייבן זאכן אן צוריקצוגיין צו נארמאליטעט, ווערט אבער באריכטעט איבער געוויסע לענדער, וואס זענען נאך אין די קאראנע מצב, פונקט ווי אמעריקע און אייראפע זענען געווען אנהויב פון די אויסברוך.

ארגענטינע איז דאס לעצטע לאנד אריינצוגיין אין לאק דאון, דערנאך וואס די נומערן זענען שטארק ארויף אין די לעצטע וואך צייט, ווען אזויפיל ווי 35 טויזנט פרישע אנגעשטעקטע זענען באריכטעט געווארן אין די לעצטע דריי טעג.

סאציאלע אקטיוויטעטן וועלן זיין פארבאטן, און אלע שולעס וועלן זיך שליסן. אויך אין טיילאנד ווערט באריכטעט א שטארקע אויפשטייג פון די ווירוס אנגעשטעקטע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל