מענטשליכער מאמענט ביים אימיגראציע קריזיס אין שפאניע

א בילד וויאזוי א 'רויטע-קרייץ' וואלונטיר, בארואיגט און איז מחזק אן אפריקאנער אימיגראנט, וואס איז אנגעקומען צו די ברעגעגס פון שפאניע דורך מאראקא, האט אויפגעשאקלט די הערצער פון מיליאנען מענטשן, זעענדיג די שרעקליכע מצב וואס קומט דארט פאר, און וויאזוי אפילו אין אזא פיינפולע סיטואציע איז דער מענטשהייט נאכנישט א פארגאנגענהייט.

די סיטואציע ביי די גרעניץ פון שפאניע, ווערט אלץ מער קאמפליצירט, ווען טויזנטער אימיגראנטן קומען אן דורך שיפן, און דורכן אריבערשווימען די עטליכע מייל וואס טיילט אפ צווישן מאראקא און שפאניע.

טויזנטער שפאנישע זעלנער שטייען אויף די וואך, און ארעסטירן די אריינקומענדע אימיגראנטן. פילע אימיגראנטן ווערן זאפארט צוריקגעשיקט פון וואו זיי זענען געקומען, און זייער גאנצע הארעוואניע ביז אהין ווערט צעבלאזן אין א רגע.

איין אימיגראנט האט זיך היינט דערטראנקען, בעת וואס ער האט פראבירט דערגרייכן די ברעגעס פון שפאניע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל