אן איראנער מלחמה-שיף האט נעכטן נאכט געזינקען אין די וואסערן נעבן אמאן, נישט ווייט פון איראן.
דער שיף איז די גרעסטע מלחמה-שיף וואס איראן האט אין איר באזיץ, און איז א מעכטיגע קלאפ פאר זייער ים-פלאטע.
דער שיף איז געווען אויף א טרענירונג-מיסיע, ווען א פייער האט אויסגעבראכן, און שנעל פארכאפט גרויסע טיילן פון דער שיף אין פלאמען. רעטונג-אגענטורן פון איראן האבן באוויזן ארויסצוראטעווען אלע מאנשאפט מיטגלידער, און קיינער איז נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן.
די שיף האט נישט לאנג דערנאך געזינקען אראפ צום אפגרונד, און די רויעך פון די ריזיגע פלאמען האבן זיך געזען ביז ווייט אוועק.
די אורזאך וואס האט געברענגט דערצו איז נישט באקאנט יעצט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה