היינט מיט עטליכע מינוט פאר די ענדע וואס 'לפיד' האט באקומען צו פארמירן א רעגירונג, האט ער אנגערופן פרעזידענט 'ריבלין', און אים געמאלדן אז ער האט צוזאמגעשטעלט א קאליציע פון 61 בענקלעך, וואס דאס מיינט אז ער האט א מערהייט פון די כנסת.
מיט די מעלדונג קומט אן ענדע צו די לאנגע יארן וואס דער יעצטיגער פרעמיער-מיניסטער, 'ביבי נתניהו', האט מיט אן אייזערנע פויסט אנגעהאלטן די פאזיציע פון פרעמיער-מיניסטער פון מדינת ישראל, און באוויזן צו ארויפקלעטערן די לייטער, ביזן אזש ווערן איינער פון די מאכטפולסטע מענטשן אין דער וועלט.
די גאנצע וועלט האט זיך געשאקלט מיט ביבי. יעדער האט געוויסט פון ביבי. אלע האבן געוויסט אז ער איז א געריבענער פאליטיקאנט און אויסערגעווענליך קלוג.
קרוב צו 15 יאר פרעמיער פון מדינת ישראל
ביבי איז געווען דער הויפט פאליטיקאנט, און דער רוקן-ביין פון פאליטיק אין מדינת ישראל, פאר קרוב צו פופצן יאר, און קרוב צו דרייצן יאר אין איין צי.
ער איז ערוויילט געווארן צום ערשטן מאל אלס פרעמיער אין יאר 1996, ווי ער האט געדינט אויף דעם פאזיציע ביז יאר 1999. ער איז נאכאמאל ערוויילט געווארן צו דעם פאזיציע אין יאר 2009, און ער האט אזוי אפגעהאלטן איין זיג נאכן צווייטן, ביז יעצט, ווען דער לינקער פאליטיקאנט, אינאיינעם מיט עטליכע רעכטע פאליטיקאנטן, האבן פאר יעדע פרייז אים געוואלט זען ארויס, און זיין פאליטישע הויכפונקט איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן א פארגאנגענהייט.
אויפטואונגען פון נתניהו
נתניהו האט שטארק ארויפגעברענגט די עקאנאמישע צושטאנד פון מדינת ישראל, און ווי אויך פילפאכיג פארשטערקערט די ארטיגע מיליטער. ער האט אויך באוויזן צו אויסמיידן א פרישע קריג מיט כיזבאלא, וואס האבן געוויסט אז אונטער נתניהו וועלן זיי קיין האניג נישט לעקן, אויב וועלן זיי זיך מיט אים אנהויבן.
אונטער זיין זייגער האט מדינת ישראל עלימינירט צענדליגער טעראריסטן, און דורכגעפירט פילע אטאקעס אויף מדינת ישראל פיינט, פון איראן ביז סיריע אא"וו.
אין די לעצטע יארן, ווען טראמפ איז געווען פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט ביבי מיט זיין גרויס קלוגשאפט גאנץ גוט געוויסט וויאזוי צו חנפ'ענען דעם אמעריקאנער פרעזידענט. ער האט נישט געזשאלעוועט קיינע לויב-ווערטער אין ריכטונג פון טראמפ, און אזוי האט ער אים אריינבאקומען צו זיך אין קעשענע.
אין די יארן וואס פרעזידענט טראמפ איז געווען אין אמט, האט נתניהו צוריק באוויזן דורכצופירן 'שלום-אפמאכן' מיט פיינטליכע אראבישע לענדער, און האט באקומען סימבאלישע אנערקענונגען פון אמעריקע, ווי דאס אז דער הויפט-שטאט איז אפיציעל ירושלים, און אמעריקע מיט נאך לענדער האבן אהין אריבערגערוקט זייערע אמבאסאדעס.
אויך האט ער געברענגט פאר מדינת ישראל די באקאנטע 'אייראן דאום מיסל שוץ סיסטעם', וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון שווערע טויזנטער מענטשן, ב"ה, און דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.
דורכפעלער פון נתניהו
איינע פון זיינע שטארקסטע דורכפעלער איז דאס אז ער האט נישט באוויזן צו ברענגען די כאמאס טעראריסטן אונטער קאנטראל, און אפהאלטן די טעראר גרופע פון אריינשיקן קיין מדינת ישראל ראקעטן, ווי אויך אז טעראריסטן זאלן נישט שטעכן איזראעלי בירגער.
דאס קען מיט אלע רעכטן אנגערופן ווערן זיין גרעסטע דורכפאל, און עפעס וואס אפילו ביבי האט נישט באוויזן צו דערגרייכן.
נתניהו פאמיליע און יונגווארג
ביבי איז געבוירן געווארן אין תל אביב, און האט שטודירט אין אמעריקע, און די שטאט פילאדעלפיע אין פענסילוועניע.
זיין ארגינעלער נאמען איז 'מיליקובסקי', וואס איז א נאמען פון דער ליטע, און זיינע עלטערן האבן געביטן זייער נאמען, נאכן ארויפקומען קיין מדינת ישראל. זיינע זיידעס זענען געווען ערליכע אידן אין דער ליטע, אבער ליידער זענען זיינע עלטערן אראפ פון אידישער וועג, און פארלוירן דער אידישער אויסזען.
ביבי האט א ברודער וואס איז גע'הרג'עט געווארן דורכאויס די דראמאטישע באקאנטע אקציע, צו באפרייען א פליגער וואס איז פארכאפט געווארן דורך טעראריסטן, און האבן געלאנדעט דעם פליגער אין די ענטעבי לופטפעלד אין אוגאנדא.
זיין ברודער 'יונתן', איז געווען דער אנפירער פון יענע אקציע, אבער איז אויך געווען איינער פון צוויי וואס זענען אומגעקומען דורכאויס יענע קריזיס, אינאיינעם מיט אן עלטערע פרוי, וועמען די אוגאנדא מיליטער האט דער'הרג'עט נאכן אויסגעפינען אז די איזראעליס האבן געראטעוועט אלע משכונות (זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אוגאנדא נאכן זיך נישט גוט שפירן).
נתניהו'ס פאליטישע קאריערע
ביבי האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אין די שפעטע זיבעציגער יארן, ווען ער האט אוועקגעשטעלט אן ארגאניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיטן אויספארשן טעראר, און ברענגען אויפמערקזאמקייט איבער דער וועלט צו די שעדליכקייט פון טעראר, און אירע ווייטע שרעקליכע נאכפאלגן.
ער איז ארומגעפארן אין לענדער, און געגעבן אויפטריטן אין געזעץ-הייזער, וואו ער האט מיט זיין געשליפן צינגעל באוויזן צו באצויבערן די מאסן צוהערער.
זייענדיג אין די פעלד פון פארשן טעראר, האט ער זיך פיין איינגעגלידערט אין די פאליטישע וועלט. ער איז געווארן א נאנטער חבר מיט צענדליגע פאליטיקאנטן, און די טעם איז אים געקומען אויפן צינג.
שפעטער איז ער געשטעלט געווארן צו ארבעטן אין די אמעריקאנער אמבאסאדער אין וואשינגטאן, אלס א דיפלאמאט, און אין יאר 1987 האט אים מדינת ישראל געשיקט צו זיין זייער אמבאסאדער צו די יו.ען.
ווי געזאגט איז ער געווארן פרעמיער-מיניסטער אין יאר 1996, און אזוי האט ער זיך ארויפגעדראפעט אלס העכער און העכער, ביז צו נעמען די פרעמיערשאפט, און איר מאכן פאר נאכמער א מאכטפולערע פאזיציע ווי ס'איז געווען פון פארדעם.
דורכאויס זיין פאליטישע קאריערע איז ער אריבער עטליכע סקאנדאלן, וואס האבן געדראעט אונטערצוברענגען זיין קאריערע, אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט פון רוב דערפון. אבער פון די יעצטיגע סקאנדאלן מיט וואס ער איז ארומגענומען זעט ער זיך עפעס נישט ארויס. די לינקע אין לאנד זענען אויסן אים צו זען אראפ פון פאזיציע, און אפילו אים זען זיצן אין טורמע.
ביבי האט דריי קינדער, איין טאכטער פון זיין ערשטע ווייב, און צוויי זון פון זיין דריטע און יעצטיגע ווייב, מיט וועם ער איז שוין חתונה-געהאט זינט 1991.
די טאכטער זיינער איז געווארן א בעלת תשובה, און איז אן ערליכע פרוי, חתונה-געהאט צו אן ערליכער מאן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה