טאקער קארעלסאן לויבט אויס אידן אין ברוקלין

דער באקאנטער קאמענטירער און טעלעוויזיע פערזענליכקייט, 'טאקער קארעלסאן', פון פאקס נייעס, האט נעכטן געזאגט אויף איינע פון זיינע פראגראמען, אז ער קוקט ארויף אויף די אידן פון ברוקלין, וואס האבן נישט אויפגעגעבן זייערע חתונות, און געלאזט אפן די שולן, אפילו ווען די רעגירונג האט געזאגט אז ס'איז נישט ערלויבט.

רעדנדיג צו להבדיל א גלח, איבער דעם וואס קלויסטערס זענען געווען געצווינגען צו פארמאכן זייערע טויערן, דורכאויס די קאראנע ווירוס, זאגט קארעלסאן: "אסאך אין די ארטאדאקסישע בתי מדרשים אין ברוקלין האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם (די פארלאנגען זיך נישט צוזאמקומען). ס'קומט זיך זיי קרעדיט דערפאר לויט מיין מיינונג. זיי האבן געמאכט חתונות, זיי האבן געמאכט זייערע צערעמאניעס, וויבאלד דאס איז זייער רעליגיע, מ'האט ארעסטירט פון זיי, און זיי האבן עס נאכאלץ געטון. איך קוק ארויף אויף זיי. זיי האבן קלאר געטראכט אז זייער רעליגיע איז ווערד צו שטארבן דערפאר".

טאקער קארעלסאן איז היינט די גרעסטע אוידיענץ אויף טעלעוויזיע אין אמעריקע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל