בראזיליאנער העכסטע געריכט פארלאנגט פאפירן פון פרעזידענט באלסינעראו

דער בראזיליאנער פרעזידענט, 'דזשואיר באלסינעראו', האט ווידער ארויסגערופן די צארן פון מיליאנען בראזיליאנער בירגער, דערנאך וואס ער האט איינגעלאדנט צו זיך אין לאנד א געוויסע שפיל, מיט וואס די דרום-אמעריקאנע לענדער זענען פאראייניגט.

דער אפאזיציע פירער זאגט, אז צוזאמרופן אזויפיל מענטשן אין ריזיגע סטאדיומס, איז ממש ווי א טויט-שיין פאר הונדערטער מענטשן וואס גייען צוליב דעם שטארבן.

אבער באלסינעראו האלט זיך נישט ביים ברעכן, און יעצט האט די העכסטע געריכט אין בראזיל געזאגט אז באלסינעראו דארף איבערגעבן אלע פאפירן מיט די געשפרעכן איבער די שפיל, צו זען וואס האט אים געמאכט טוישן זיין מיינונג, יא צו ברענגען די שפיל קיין בראזיל, דערנאך וואס קודם האט ער עס געהאט אפגעווארפן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל