אין גוטע נייעס פאר די מעדיצינישע וועלט, איז צוויי טעג צוריק אריינגעשפריצט געווארן די ערשטע טראפנס פון גאר א טייערע היילונג פאר א געוויסע קראנקהייט.
א קינד פון פינף חדשים וואס ליידט אויף א געוויסע קראנקייט, וואס מ'ווערט געבוירן ווען די שדרה איז נישט ווי ס'באדארף צו זיין, און אין געווענליכע אומשטענדן לעבן די קראנקע נישט מער פון צוויי יאר ה"י.
אבער דער טאטע פון דעם קינד האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, און ווען ער האט געהערט אז ס'איז דא עפעס א ניי-ערפינדענע מעדיצין, וואס קאסט עטליכע מיליאן דאלער, האט ער זיך אריינגעלייגט צו שאפן דאס געלט, און פראבירן ראטעווען זיין קינד.
מיט עטליכע טעג צוריק האט דאס קינד באקומען די טייערסטע באהאנדלונג אין דער וועלט, וואס קומט אין א קליין באקסעלע, אבער קען בעז"ה אויסציען א לעבן פאר צענדליגער יארן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה