ווי באריכטעט פאריגע וואך, האט א מעכטיגע וואלקענאו אויפגעריסן אין מזרח-קאנגאו, און שווערע טויזנטער מענטשן זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער אין די דערנעבנדיגע שטעטליך.
ערשט האט אויסגעזען אז די לאווא וואס קומט ארויס פון די בארג, האט זיך אפגעשטעלט עטליכע הונדערט פיס פון דער שטאט, אבער האט שפעטער זיך ווידער גערוקט פאראויס, און פארניכטעט טויזנטער הייזער.
היינט זענען שוין די בירגער ערלויבט געווארן זיך צוריקצוקערן צו זייערע הייזער, דערנאך וואס די בארג האט זיך אפגעשטילט, אבער א שרעק איז נאך דא, דערנאך וואס גרויסע שפאלטנס ווערן באריכטעט אין צענטער פון א פארנומענע שאסיי.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה