פראנצויזישער פרעזידענט כאפט א פראסק אין פנים

ס'איז געווען א דראמאטישע סצענע צו זען וויאזוי דער פראנצויזישער פרעזידענט, 'עמנועל מעקרון', כאפט א פראסק אין פנים ברבים, ווען ער האט זיך געטראפן מיט שטיצער אין א שטעטל אין פראנקרייך.

מעקרון איז געפארן צו א שטאט אין מזרח פראנקרייך צו באזוכן רעסטוראנט אייגנטומער, בעת וואס די ארטיגע קאראנע-ווירוס צוימונגען ווערן אראפגענומען.

מעקרון האט זיך דערנאך אריינגעזעצט אין זיין קאר, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו נאך א זיצונג אין שטאט. ווען ער האט געזען שטיצער באגריסן אים, האט ער געזאגט דער דרייווער זאל אפשטעלן די אויטא, און ער איז ארויס זיך באגריסן מיט די גרופע פארזאמלטע בירגער. ווי נאר ער האט אנגעהויבן רייכן די הענט פאר מענטשן, האט איינער פון די פארזאמלטע אים אראפגעלאזט א פראסק אין פנים. זיינע לייב-וועכטער האבן יענעם אראפגעהאלטן און גענומען אונטער ארעסט. מעקרון האט גלייך דערנאך ווייטער גערייכט די הענט פאר די פארזאמלטע.

ווי נאר די בילדער וויאזוי דער פירער פון פראנקרייך כאפט א פאטש אין פנים האט זיך פארשפרייט, האבן פארדאמונגען אנגעהויבן קומען פון אלע זייטן. דער פראנצויזישער פרעמיער-מיניסטער האט געזאגט אין די פארלאמענט: "נאך די אגרעסיע וואס דער פרעזידענט איז געווען א קרבן, זאג איך פאר די פאלק אין לאנד, איך צייג ארויס מיין סאלידאריטעט. זיך אויפפירן אזוי צו די פירער פון לאנד, איז דעמאקראטיע וואס ווערט געצילט. די דעמאקראטיע, די דעמאקראטיע די דעמאקראטיע", האט ער אויסגעשריגן עטליכע מאל, ווען אלע מיטגלידער וואס זענען דאן געזיצן אינעם פראנצויזישן פארלאמענט האבן זיך אויפגעשטעלט און אפלאדירט זיינע ווערטער.

צוויי פארשוינען ארעסטירט

פאליציי זאגט אז זיי האבן ארעסטירט צוויי מענטשן, אין פארבינדונג מיט די אינצידענט וואו איינער האט אראפגעלאזט א פראסק פארן פראנצויזישער פרעזידענט.

איינער איז, ווי פארשטענדליך, דער וואס האט געגעבן דער פאטש פארן פרעזידענט, און דער אנדערער שפעקולירט מען איז דער וואס האט אפגעכאפט די ווידיאו, וואס עס האט אויסגעזען אז יענער האט געוויסט אז עפעס קומט, וויבאלד ער האט אויפן פלאץ ארויסגעלאזט די ווידיאו, וואס קען אנדייטן אז ער האט גאנץ גוט געוויסט וואס ס'קומט, און ער איז בכלל נישט געווען שאקירט פונעם אינצידענט, נאר האט גאר געווארט דערויף.

די מאטיוון פון דער שלעגער איז נישט באקאנט, אבער ער האט געשריגן עפעס א צייכן-ווארט, וואס ווערט באנוצט דורך א קליינע פאליטישע גרופע אין לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל