ביידען ענדיגט פארהאנדלונגען מיט רעפאבליקאנער איבער אינפראסטרוקטור

ס'ווערט יעצט באריכטעט, אז פרעזידענט ביידען האט באשלאסן אז ער איז פארטיג מיט די פארהאנדלונגען איבער אן אינפראסטרוקטור פלאן מיט רעפאבליקאנער, דערנאך וואס ביידע זייטן האבן זיך נישט געקענט דורכקומען.

קאבינעט באאמטע האבן שוין פאריגע וואך געזאגט, אז צייט לויפט אויס פאר רעפאבליקאנער, אויפצוקומען מיט א גוטע פלאן וואס דער פרעזידענט זאל זיין צופרידן. אבער ביידען איז נישט געווען אפטימיסטיש מיט זייער פלאן וואס זיי האבן פארגעלייגט דעם זונטאג.

דאס מיינט אז דער פרעזידענט וועט יעצט פראבירן זיך צו פארזיכערן יעדע איינציגע שטימע פון די דעמאקראטן, וואס אויב אפילו נאר איינער איז דערקעגן קען עס נישט אריבער אין סענאט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל