פרישע בילדער צייגן קים יאנג אן פארלוירן וואג

אין א פרישע רעקארדירונג וואס איז ארויסגעקומען פון דער צפון-קאריע פירער, 'קים יאנג אן', זעט אויס אז דער קליינטשיגער דיקליכער האט פארלוירן עטליכע פונטן.

קים איז שוין נישט געזען געווארן פאר עטליכע וואכן, אבער יעצט מיט די פרישע ווידיאו, זעט מען אז ער איז מער אויסגעדארט פון זיין געווענליך-אויפגעבלאזענער געשטעל, מיט וואס ער איז באקאנט.

אויף די ווידיאו זיצט ער אינאיינעם מיט עטליכע גרויסע פון זיינע ראטגעבער, און ער פאררייכערט א ציגארעטל.

דער קאפ איז אים נאך גאנץ גרויס, מיט א פליישיגער טשין, אבער מ'זעט אז ער האט פארלוירן עטליכע פונטן...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל