די רעגירונג אין טשאד האט געמאלדן, אז די ארטיגע מיליטער האט באוויזן צו בייקומען די רעבעלן, וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין לאנד דורך ליביע, און אנגעדרייט שרעקליכע חורבנות אין די צפון חלק פון לאנד.
די זעלבע רעבעלן גרופע האט אומגעברענגט דעם ארטיגן פרעזידענט מיט דריי וואכן צוריק, און האט געצילט צו ארונטערווארפן די טשאד רעגירונג.
זיגרייכע זעלנער האבן זיך געשטעלט אויף מיליטערישע טרעקלעך, וואו זיי האבן געוויזן מיט זייערע פינגער, ווי צו צייגן א 'ווי' אין א צייכן פון וויקטערי.
אויך האבן זיי געוויזן פאר די רעפארטער וויאזוי זיי האבן פארכאפט צענדליגער רעבעלן דורכאויס די שלאכטן זיי צו באזיגן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה