אייסיס רעקרוטירער ארעסטירט אין אוסטראליע

 אוסטראליע באאמטע האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א טעראריסט וואס האט געדינט אלס א רעקרוטער פאר די אייסיס טעראר גרופע.

דער מאן פלעגט אפירזוכן מענטשן וואס זאלן דינען די אייסיס טעראר-גרופע און אירע אינטערעסן, דורכפירן טעראר אטאקעס אא"וו.

דער טעראריסט איז ארעסטירט געווארן אין די מעלבוירן לופטפעלד, בעת וואס ער איז צוריקגעקומען פון סיריע, וואו ער איז געווען דארט פאר זיינע טעראריסטישע צוועקן.

ער איז געהאלטן געווארן פאר פערצן טעג אין טורמע, ווי ס'פארלאנגט זיך דארט אין אוסטראליע, און איז היינט אריבערגעפירט געווארן צו א טורמע, וואו ער איז ערווארטעט צו אנגעקלאגט ווערן אויף הארבע טעראר קלאגעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל