מיר האבן פאריגע וואך געשריבן אז מיר לאזן זיך ארויס אין א גרונטליכע אויספארשונג צו זען אויב די פאליציי האט טאקע אפגעשטעלט די פארקער, און אויב ס'איז געווען א צוים וואס האט בלאקירט די וועג פון קענען ווייטער גיין.
ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די סיטואציע פיל מער קאמפליצירט ווי מיר האבן געמיינט, און נאכן רעדן צו צענדליגער עדות און הצלה-וואלונטירן וואס זענען דארט געווען, קומען מיר צו אונזער מסקנה, אז מיר האבן נישט קיין מסקנה, מיר קענען נישט נעמען א שטעלונג אין א געשעעניש וואס ס'זענען דא אזויפיל צדדים און קעגנזייטיגע עדות פון מענטשן וואס שווערן זיך אז זיי זענען זיכער ביי זיך אויף ביידע זייטן.
מיר האבן ערהאלטן פילע מעסעדזשעס פון מענטשן וואס זענען דארט געווען, און ווי געזאגט האבן מיר זיך פארבינדן מיט מדינת ישראל באאמטע. צוליב די סענסעטיווקייט פון דער זאך וועלן מיר נישט נעמען קיין שטעלונג אין די פארצווייגטע נושא, כאטש וואס מיר האבן געהאפט אנצוקומען צו קלארע רעזולטאטן פון אונזער פארש-ארבעט, איז אבער די "צוים סקאנדאל" צו פארוויקלט און פארנעפלט אז מיר זאלן קענען אנקומען צו א גרונטליכע אויספיר.
ווי ס'האלט יעדער מיט, איז כלל ישראל פארנומען אין די לעצטע וואך צייט דורכצוטון דעם צוים, דער צוים איז געווארן א גאנגבארע זאך אויף מענטשן'ס ליפן, און אין די מקואות אין היימישע געגנטער. דער צוים איז דער הויפט-מחותן אין אלעמענ'ס מיילער. "איז יא געווען א צוים אדער נישט. האט די פאליציי פארמעקט זיכערהייט קעמרעס אדער נישט. האבן היימישע עסקנים פון מירון נישט דערלאזט די ארטיגע רעגירונג נעמען די זאך אין די האנט אריין שוין מיט עטליכע יאר צוריק, אדער איז דאס אלעס אויסגעזויגענע פאנטאזיעס, וואס אנטי-קנאי'שע מענטשן ווילן אויפברענגען צו פארשמירן זייער נאמען. אדער איז עס געווען גאר פארקערט, האבן די קנאי'שע מענטשן ארויסגעלייגט פאלשע אינפארמאציע וואס זאל ציען די שטריכן צו די פאליציאנטן, און זיי פארשווארצן דאס פנים, און האבן א חלק אין דער שרעקליכער טראגעדיע.
וואס עס איז קיין ספק איז, איז דאס אז די פאליציי האט נישט פארמעקט קיינע זיכערהייט-קעמרעס. לויט די טעאריע אז די פאליציי האט וועלנדיג אונטערגעשטעלט די געדרענג, אזוי אז זיי זאלן קענען גענצליך איבערנעמען מירון, זיי זענען דאך די וואס זאגן אז די פאליציי האט פארמעקט די ווידיאו'ס, אזוי אז מ'זאל זיי נישט קענען כאפן ביי די מעשה. צו זיי איז אונזער פראגע, זענען די פאליציי ממש אזוי פאר'תמ'ט אז זיי גייען פארמעקן עפעס וואס מ'גייט זען אז זיי האבן פארמעקט, און מ'וועט זיי דערנאך קענען חושד זיין? דאס לייגט זיך דאך נישט אויפן שכל. אויך איז שוין ארויסגעקומען א רעקארדירונג פון די זיכערהייט-קעמרעס וואס צייגט אז די פאליציי האט נישט פארמעקט, ווייל אויב יא וואלט דאך דער ווידיאו נישט ארויסגעקומען.
פון די אנדערע זייט זאגן מענטשן, אז די פאליציי האט ספעציעל נישט געמאכט סדר כדי ס'זאל זיין א צעשטופעניש. זיכער איז זייער כוונה נישט געווען אז די מצב זאל אנקומען וואו ס'איז אנגעקומען, אבער זיי זענען די וואס האבן פארארבעט אז די שטופעניש זאל זיך פארמירן, און זיי געבן אן אויסרייד כדי צו איבערנעמען דאס פלאץ קומענדיגע יאר.
פאר די דאזיגע טענה קען מען גיין אויפן פארקערטן ריכטונג, וואו זענען געווען די מענטשן וואס האבן געזאלט האלטן מירון אהערגעשטעלט. אפשר איז זייער ציל געווען אז ס'זאלן זיין וואס מער הצלה-רופן דורכאויס ל"ג בעומר, אז מ'זאל קענען ווייטער פייערן די מנהג פון שרייען הצלה מיטן ניגון ריטעם. קען זיין אז פאר דעם האבן זיי נישט גענומען די זאך אין די הענט אריין שוין מיט יארן צוריק, ווען מ'האט געזען אז מירון איז אין א שרעקליכע געדרענג פון אזויפיל מענטשן. איז אפשר זייער אינטערעסע געווען צו קענען זאגן סוף טאג ל"ג בעומר אז אין מירון איז געווען צוויי הונדערט הצלה-רופן, און פארדעם האבן זיי נישט געמאכט סדר שוין מיט יארן צוריק, וויבאלד דאס איז דאך געווען איינע פון די פראפאגאנדע, צו קענען זאגן וויפיל מענטשן ס'זענען דארט צוזאמגעפאלן פון די געדרענג? ס'איז א בלויזע פראגע וואס פאלט מיר יעצט ביי. אפשר איז דא עפעס א ריכטיגע טענה וואס די פארוואלטונג זאל נעמען אין באטראכט, און נישט געבן יעדע ריכטיגע אויסרייד פאר די רעגירונג עס איבערצונעמען, ווייל אזויווי ס'איז יעצט איז נישט קיין תכלית, און אויב וועלן קיינע דראסטישע רענאוואציעס, און קאפ מיט מוח ארדענונג נישט איינגעשטעלט ווערן, האט די מדינה גאר א גוטע און פארשטענדליכע אויסרייד איבערצונעמען דאס ארט, און פלעשער מיט פייערן אין מאה שערים גייט נישט טוישן די פאקט.
אלזא די צוים דעבאטע איז באמת נישט עפעס וואס איז נוגע, ס'איז בלויז א שפרינג-ברעט פון די פראבלעם צוריק צו די פראבלעם.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה