אן אמעריקאנער קאוסט-גארד שיף האט נעכטן געשאסן איבער דרייסיג ווארענונג קוילן, פאר 13 איראנער קליינע שיפלעך וואס זענען געקומען זייער נאנט צו איר.
שוין א שיינע פאר יאר וואס איראן פראוואקירט מיט די אמעריקאנער מיליטערישע שיפן, אין די וויכטיגע הארמוז וואסער-וועג, וואס איז איינע פון די גאר סטראטעגישע וואסער-פונקטן איבער דער וועלט.
פרעזידענט טראמפ האט געהאט געסטראשעט אז ער וועט שיסן לעבעדיגע פייער אויף די שיפן, אויב וואגן זיי זיך צו קומען זייער נאנט צו די אמעריקאנער שיפן, און אז די צייטן וואס מ'האט געשאסן ווארענונג'ס קוילן זענען געקומען צו אן ענדע.
אונטער די ביידען אדמיניסטראציע האבן זיך פון פריש אנגעהויבן די איראנער פראוואקאציעס, און נעכטן האט די מיליטער שוין ארויסגעשאסן אזויפיל ווי דרייסיג ווארענונג'ס-קוילן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה