"מיר האלטן כאמאס פאראנטווארטליך פאר די אטאקעס, און ס'וועט נישט אריבערגיין אומגעענטפערט", זאגט א ווארט-זאגער פאר די מיליטערישע איינהייט אין מדינת ישראל.

נעכטן זענען שוין געקומען צו פליען פון עזה צענדליגע ראקעטן, געוויסע וואס האבן דערגרייכט ביז אזוי ווייט ווי ירושלים.

רעקארדירונגען וויאזוי מענטשן לויפן זיך אויסבאהאלטן אין זייערע בונקערס, און וויאזוי לערערינס זענען פארנומען שנעל אריינצופירן די קליינע קינדערליך אין די שעלטערס, האט אויפגעשאקלט אידן איבער די וועלט, וואס בעטן פאר די וואוילזיין פון אידישע קינדער אין ארץ הקודש, און ס'זאל זיי קיין שלעכטס נישט פאסירן.

צענדליגער ערטער אין עזה זענען פארוואנדלט געווארן אין א הויפן ברוכווארג, דערנאך וואס די איזראעלי מיליטער האט געשאסן סטראטעגישע צילן, פראבירנדיג צו צעברעכן די מעגליכקייט פון כאמאס און די אנדערע טעראר-גרופעס, פון קענען ווייטער ארויסשיסן ראקעטן.

די כאמאס טעראר-גרופע האט געזאגט אז זיי האבן געשאסן מיסלס קיין 'תל אביב', אבער די סירענעס האבן זיך בכלל נישט צעפיפן דארט, און ס'איז נישט באקאנט פון קיינע מיסלס וואס זענען אנגעקומען ביז אהין.

די אנגעצויגנקייט קומט דערנאך וואס אין מזרח-ירושלים זענען די געמיטער ארויס פון קאנטראל, וואו ס'קומען פאר שווערע ראיאטן דורך די אראבער, וואס איז שוין נישט געזען געווארן פאר לאנגע יארן.

נעכטן ווען אין מדינת ישראל האט מען געפייערט די 'יום ירושלים', און ס'זענען פארגעקומען טענץ ביים כותל המערבי, האבן זיך פון העכער די וואנט אנגעזען גרויסע פלאמען ארויסקומען פון די געגנט ארום די 'על אקצא' מעטשעט. ווי ס'שטעלט זיך ארויס האבן פאלעסטינער פראטעסטירער אנגעצינדן א בוים אין די הויף, וואס האט אנגעמאכט א שווערע רויעך אין די געגנט.

די פאלעסטינער האלטן אן זייערע ווילדערייען שוין פאר עטליכע וואכן, און זייער אויסרייד דערפאר איז, דאס ארויסווארפן אראבישע פאמיליעס פון געביידעס וואס געהערן צו מזרח'יסטישע אייגנטומער.

שוין א שיינע שטיק צייט וואס די אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי זייטן אין מזרח-ירושלים איז אויף די העכסטע שטאפלען, ווען שטיינער און אביעקטן ווערן געשאסן פון ביידע זייטן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל