איינער פון אפריקעס לענגסטע דינענדע פירער אומגעקומען אויפן שלאכט-פעלד

א טאג נאך ער איז דערקלערט געווארן דער זיגער פון די ארטיגע וואלן, איז דער פרעזידענט פון די אפריקאנער לאנד 'טשאד', היינט אינדערפרי אומגעקומען אין צפון טייל פון לאנד, ווען ער איז געגאנגען ארויסווייזן שטיצע פאר זיין מיליטער וואס איז פארמישט אין העפטיגע שלאכטן מיט רעבעלן.

דער פרעזידענט, 'אידריס דעבי', האט געמאכט זיין וועג צו די צפון טייל פון לאנד, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט ליביע. דעבי האט ארויסגעשיקט זיין מיליטער א וואך בעפאר, ווען ס'איז פארגעקומען די נאציאנאלע וואלן אין 'טשאד', ווען עטליכע הונדערט רעבעלן זענען באפאלן א מיליטערישע באזע.

די רעבעלן האבן ספעציעל אויסגעוועלט דער טאג פון די וואלן צו דורכפירן א רעוואלוציע, און אראפווארפן דער לאנגיעריגער פירער פון טשאד, וואס רעאגירט שוין דארט פון יאר 1990.

די מיליטער האט אומגעברעגט אזויפיל ווי 300 רעבעלן, און גענומען אין געפענגעניש מער פון הונדערט אויפשטענדלער.

נעכטן איז אידריס דערקלערט געווארן דער זיגער אין די ארטיגע וועלן, און אין די זעלבע צייט האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צפון, צו באזוכן די זעלנער אויפן פראנט. ער איז דארט פארכאפט געווארן אין די שלאכטן, און איז אומגעקומען פון די וואונדן וואס ער האט געליטן.

אידריס איז געווען א מערב-וועלט פריינט, און זיי קוקן טאקע נאך מיט זארג וואס די שיקזאל אין טשאד וועט זיין, דערנאך וואס זייערס א לאנגיעריגער פריינד איז טראגיש אומגעקומען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל