דזשאנסאן ענד דזשאנסאן שטעלט אפ אירע ליפערונגען קיין אייראפע

דער גרויסע פארמיסיוטיקל פירמע 'דזשאנסאן ענד דזשאנסאן', האט געמאלדן אז זיי רופן אפ זייערע וואקסין ליפערונגען און פראדוצירונג פאר די אייראפעאישע לענדער.

דאס קומט עטליכע שעה דערנאך וואס דער געזונטהייט-מיניסטער פון די אי.יו. האט געמאלדן, אז זיי זענען ביי די מיינונג אז די בלאט קלאטס וואס מאכט זיך ביי גאר גאר זעלטענע פעלער איז א רעזולטאט פון זייער וואקסין.

די אייראפעאישע באאמטע זאגן אבער אז די שאנסן זענען זייער קליין, און ס'מאכט זיך זייער זעלטן, און זיי האלטן נאך אז די ריזיקע פון נישט נעמען די וואקסין, און באקומען די ווירוס, איז פיל ערגער פון יא נעמען די וואקסין.

די אייראפעאישע לענדער האבן צוערשט געהאט זייערע פלענער, אנגעוואנדן אין די אסטראזאניקע וואקסין, אבער ווען יענע וואקסין האט זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען, זענען זייערע פלענער אפגעשאפן געווארן, און נומערן האבן אנגעהויבן צו ארויפגיין אין רעזולטאט פון די מאנגל אין וואקסינען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל