משה גפני ערווארטעט זיך צו זעצן מיט יאיר לפיד

 אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, איז דער היימישער חבר כנסת,'משה גפני', ערווארטעט זיך צו טרעפן אויף א זיצונג מיטן אנטי-חרדי'שער פאליטיקאנט 'יאיר לפיד'. יעצט אז די שאנסן פון א נתניהו רעגירונג איז קרוב צו נול, האפט לפיד צו אויפשטעלן א רעגירונג.

'משה גפני' האט היינט קלארגעשטעלט, אז די היימישע פארטייען וועלן זיך נישט אנשליסן אין קיין אנטי-ביבי רעגירונג, נאר וועלן אים נאכגיין אין די אפאזיציע, אויב באווייזט ער נישט צו פארמירן א קאליציע.

ער זאגט אז די גדולי ישראל האבן אים אנגעצייגט זיך צו האלטן צו די טראדיציאנאלע רעכטע פארטייען, וואס ווערט געפירט דורך ביבי נתניהו.

'ארי' דרעי' האט אויך קלארגעשטעלט, אז ער גייט אין קיין שום פאל נישט גיין מיט די לינקע פארטייען. אזוי אויך האט 'יעקב ליצמאן' פון 'גור' היינט געזאגט, אז נישט די היימישע חברי כנסת האבן די לעצטע ווארט, נאר די גדולי ישראל מאכן די באשלוסן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל