דעריק שאווין געפונען שולדיג

 נעכטן האט מען געהערט די דראמאטישע נייעס אז די דזשורי'ס האבן געפונען שולדיג דעם פאליציאנט דעריק שאווין אויף אלע דריי קלאגעס וואס די הארבסטע פון זיי איז דריטע גראד מארד. ס'ערווארט אים ביז 12 יאר אין טורמע.

ווי באקאנט האט זיך אין די לעצטע פאר וואכן געצויגן די פראצעס פון דער פאליציאנט וואס איז געזיצן פאר גאנצע ניין מינוט אויף די האלז פון דזשארדזש פלויד, ווי ער איז דארט אומגעקומען נאכן דערשטיקט ווערן.

דורכאויס די וואכן פון די פראצעס, האט מען געהערט דראמאטישע שילדערונגען פון צוזעער פון יענע שרעקעדיגע סצענע.

ווי אויך האט מען געהערט פון דאקטוירים זייערע מיינונגען איבער די מארד, ווען די פארטיידיגונג האט געברענגט עקספערטן וואס זאלן ריינוואשן שאווין, און די פראקורארן האבן געברענגט עקספערטן וואס זאלן באשולדיגן שאווין.

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג, האט דער ריכטער אין די פראצעס שארף אראפגעריסן די קאליפארניע קאנגרעספרוי, 'מאקסין וואטערס', דערנאך וואס זי האט געלאזט פאלן ווערטער, וואס קענען אויסגעטייטשט ווערן דורך געוויסע ווי א רוף צו דורכפירן ראיאטן אויב זאלן די דזשורי'ס נישט געפינען שאווין שולדיג אין די מארד.

די אדוואקאטן פון שאווין האבן געבעטן די ריכטער צו פאררופן א פרישע פראצעס, דערנאך וואס די קאנגרעספרוי האט געסטראשעט מיט ראיאטן, און ס'איז מעגליך אז אט די רעטאריק האט איבערצייגט די דזשוריס צו קומען צו א באשלוס לויט וואס די קאנגרעספרוי האט געזאגט.

דער ריכטער האט אפגעווארפן די ביטע, אבער האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די ווערטער פונעם קאנגרעספרוי קען פירן צו דעם אז די דזשורי באשלוס זאל אפגעווארפן ווערן, און מ'גייט גיין צו א פרישע פראצעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל