פרעזידענט ביידען האט אין א אומגעווענליכע שריט נעכטן נאכמיטאג קאמאנטירט איבער די פראצע'ס פון דעריק שאווין בעת וואס די דזשורי'ס זיצן אונאיינעם און באשליסן וואס זייער מיינונג איז.
"איך דאווען אז די באשלוס איז די ריכטיגע באשלוס, איך מיין ס'איז זייער איבערצייגענט לויט מיין מיינוג. איך וואלט עס נישט געזאגט, אבער די דזשורי זענען יעצט איזאלירט און זיי וועלן מיר נישט הערן דאס זאגן..."
קריטעקירער פונעם פרעזידענט האבן אים אראפגעריסן פארן קאמאנטירן אויף אן אנגייענדע פראצעס און פארטיידיגער פונעם פרעזידענט זאגן אז די דזשורי זענען דאן געווען פארשלאסן און דער פרעזידענט האט עס זייער קלאר אדרעסירט ווען ער האט קאמאנטירט איבער די פראצעס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה