פרעזידענט ביידען אנגעקלינגען פאמיליע פון דזשארדזש פלויד

פרעזידענט ביידען האט נעכטן אנגעקלינגען די פאמיליע פון 'דזשארדזש פלויד', זיי צו מוטיגן אין די אנגעצויגענע מינוטן, ווען די דזשורי'ס האבן דעבאטירט די שיקזאל פון דער באשולדיגטער פאליציאנט.

דער פרעזידענט האט אויסגעדרוקט זיין מיטגעפיל צו די פאמיליע, און האט זיי מחזק געווען. "דער פרעזידענט האט אונז געלאזט וויסן אז ער דאווענט פאר אונז, און ער האט זיך נאכגעפרעגט וויאזוי מיר שפירן". זאגט דער ברודער פון פלויד. "דער פרעזידענט ווייסט וואס עס באדייט פארלירן א פאמיליע מיטגליד", זאגט ער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל