די פראמינענטע און קאנטראווערסואלע קאנגרעספרוי פון קאליפארניע, 'מעקסין וואטערס', האט זיך נעכטן באטייליגט ביי א פראטעסט אין מיניסאוטע, און בעפארברייטונג צו די ענדגילטיגע אורטייל אין די דעריק שאווין געריכט.
די שווארצע קאנגרעספרוי זאגט: "אונז ערווארט מיר א שולד-אורטייל... אויב גארנישט געשעט נישט, דאן ווייסן מיר אז מיר דארפן נישט בלויז בלייבן אויף די גאסן, נאר מיר דארפן זיך שלאגן פאר יוסטיץ קאנפראנטעשעניל (אגרעסיווע שריט)".
די ווערטער פון וואטערס האט ארויסגערופן א וויי-געשריי ביי די רעפאבליקאנער, וואס האבן איר אראפגעריסן אלס איינע וואס רופט פאר ראיאטן און אומרוען.
דער קעגנער וואס איז געלאפן אין די פאריגע וואלן קעגן וואטערס, האט גערופן פאר די באזייטיגונג פון דעם קאנרעספרוי, און האט דערקלערט אז וואטערס איז זייער מסוכן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה