סאציאלע מידיע פלאטפארמע צוריק ארויף אויף די עפל עפפ געשעפט

דער סאציאלע מידיע פלאטפארמע 'פארלער', איז צוריק ארויפגעשטעלט געווארן אויף די עפל עפפ געשעפט, דערנאך וואס עפל האט אראפגעווארפן די 'פארלער' מיט עטליכע חדשים צוריק.

עפל סי.אי.אוי. 'טים קוק', האט שוין דאן געזאגט אז ער האפט אז פארלער וועט נאכקומען זייערע פארלאנגען, און דאן וועט זי צוריק ארויפשטעלן די סאציאלע מידיע עפפ אויף זייער עפפ סערוויס.

פארלער איז באנוצט געווארן מערסטנסטייל דורך קאנסערוואטיוון, דערנאך וואס זיי האבן באשולדיגט טוויטער און צענזורירן זייערע מעסעדזשעס, און פארמעקן אינהאלט וואס איז נישט געפאלן פאר די טוויטער אייגנטומער.

שוין לאנג וואס די שטארק-קאנסערוואטיווע רעדן זיך אפ אויף די סאציאלע פלאטפארמעס ווי יו-טוב און טוויטער, אז זיי זענען איינזייטיג לטובת די לינקע אין אמעריקע, און בעת וואס טראמפ איז אויסגעשלאסן געווארן פון זיין אקאונט האט דער מערדערישע רעזשים פון 'אייאטאלע אלי כומעני' געהאט אן אקטיווע אקאונט, מיט וואס זיי האבן געקענט העצן זייערע נאכפאלגער קעגן אמעריקע און די מערב וועלט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל