פליגער לאנדעט ביי די פלארידע ברעגעס

א מלחמה-פליגער פון די צייטן פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט געמאכט א נויטפאל לאנדונג אין קאוקאו ביטש פלארידע.

הונדערטער מענטשן זענען דאן געווען ביי די ברעגעס, און פילע זענען געווען אין וואסער, ווען פונדערווייטנס האט זיך אנגעזען א גרויסע שווארצע אביעקט וואס קומט צו פליען מיט א שנעלקייט.

די פליגער האט געלאנדעט אין וואסער נאנט צו די בארטן. קיינער איז ב''ה נישט געשעדיגט געווארן אדער פארוואונדעט געווארן.

דער פילאט האט געהאט פראבלעמען צו פליען דעם פליגער, דערנאך וואס ס'איז אנטשטאנען מעכאנישע פראבלעמען מיט די מאטאר פון די פליגער, און יענער האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג נאר צו לאנדן אין וואסער. ער ווערט אויסגעלויבט פארן מאנעווירן די פליגער אזוי אז ס'זאל נישט שעדיגן אדער אומברענגען מענטשן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל