און ווידעראמאל, א פרישע מאסן-שיסעריי

נעכטן אויפדערנאכט איז ווידעראמאל פארגעקומען א שיסעריי אין אמעריקע, דאס מאל אין לואיזיענע, ווי פינף מענטשן זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן, און געפינען זיך אין שפיטאל אין א שטערבליכע מצב.

א ווייסע ווען איז אריבערגעפארן א ליקער געשעפט, ווען ער האט ארויסגעשאסן עטליכע קוילן און פארוואונדעט פינף מענטשן.

דאס איז שוין די דריטע מאסן שיסעריי אין בלויז 24 שעה אין די פאראייניגטע שטאטן. ליידער איז עס שוין געווארן א רוטינע ערשיינונג און ברענגט אפילו נישט ארויס די פארלאנגטע וויי-געשריי.

בלוט גיסט זיך אין די גאסן, אבער די אמעריקאנער פאליטיקאנטן שפילן פאליטיק מיט מענטשנ'ס לעבן, און האלטן נישט ביים נאכגעבן אויף די מינימאלסטע גאן-געזעצן, וואס וועט בעז''ה אפהאלטן די גייסטיש-צערודערטע און פארברעכער פון קענען ערהאלטן די שעדליכע געווער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל