אלע בירגער קענען שוין באקומען די וואקסין

פרעזידענט ביידען האט אין א מעסעדזש, ארויסגעשיקט אויף זיין טוויטער אקאונט, געמאלדן אז אלע אמעריקאנער קענען שוין באקומען די קאראנע ווירוס וואקסין, זיך האלטנדיג צו זיין אפריל 19 דעדליין.

"חברה, איך האב גוטע נייעס", זאגט דער פרעזידענט אין זיין ווידיאו מעסעדזש, "פון היינט קען יעדער איינער באקומען די וואקסין, אונז האמיר גענוג דערפון, איר דארפט זיין אפגעהיטן, און איר דארפט אפהיטן אייערע שכנים און אייער פאמיליע, אלזא, ביטע גייט נעמען די וואקסין".

דאס איז א שטארקע דערגרייכונג פאר פרעזידענט ביידען, דערנאך וואס די וואקסין פארשפרייטונג איז געווען זיין נומער איין פריאריטעט אין זיינע ערשטע הונדערט טעג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל