ביבי טאפט א וואנט מיט'ן אויפשטעלן א רעגירונג

אין פרישע אנטוויקלונגען אין מדינת ישראל זעט שווער אויס אז ביבי נתניהו וועט באווייזן צו אויפשטעלן א רעגירונג.

ביבי האט נעכטן געהאט זיין פערטע זיצונג מיט נפתלי בנט. נאך די זיצונג האט ביבי אים שארף אראפגעריסן, זאגנדיג אז בנט אליין האט געזאגט אז ער זאל נישט ווערן פרעמיער מיניסטער אויב באקומט ער ווינציגער פון 10 זיצן, און ער האט למעשה צום סוף אנגעצויגן בלויז זיבן זיצן. "ס'איז נאריש אז ער זאל זיין פרעמיער מיניסטער".

נתניהו און ארי' דרעי האבן ביידע גערופן פאר פרישע וואלן, אבער די וואלן זאלן זיין דירעקטע שטימען פאר פרעמיער מיניסטער און נישט פאר קיין פארטיי. די אפשטימונג איז דורכגעפאלן אין די כנסת, וואס דאס מיינט אז מ'גייט נישט אפהאלטן קיינע וואלן צו ערוועלן א פרעמיער מיניסטער.

בנט האט דא געמאכט דאס גענאר פון נתניהו, דערנאך וואס ער האט אים פארזיכערט אז ער גייט שטימען פאר אזא רעזאלוציע, אבער בנט האט געוויסט אז די אראבער האבן שוין אפגעמאכט מיט לפיד אז זיי גייען שטימען קעגן אזא פארשלאג פון פאררופן דירעקטע פרעמיער וואלן.

דאס איז א טאפלטע דורכפאל פאר נתניהו, דערנאך וואס ווי ס'זעט אויס האט ער פארפאסט די געלעגנהייט צו פארמירן א רעגירונג, ווי אויך איז ער געווען ביי די מיינונג אז ער גייט קענען דורכפירן אין כנסת אז מ'זאל גיין צו וואלן וואס גייט אויסוועלן א פרעמיער מיניסטער, און אפשר אזוי גייט ער זיגן.

לפיד ארבעט פיבערהאפטיג צו איבעררעדן אפילו רעכטע פארטייען זיך אנצושליסן אין זיין קאליציע, און ווי ס'זעט יעצט אויס האט ער א גרעסערע שאנס פון ביבי צו פארמירן א רעגירונג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל