אלעקסיי נאוואלני עוואקואירט צו א שפיטאל טורמע

רוסישע טורמע באאמטע געבן איבער, אז דער באקאנטער אפאזיציע פירער, 'אלעקסיי נאוואלני', איז אריבערגעפירט געווארן צו א שפיטאל-טורמע, וואו ער ווערט באהאנדלט פאר זיינע געזונטהייט קאמפליקאציעס.

דער רוסישער אפאזיציע פירער האלט שוין אן זיין הונגער סטרייק פאר צוואנציג טעג, נאך וואס מ'ערלויבט נישט זיין פריוואטער דאקטער אים צו קומען באהאנדלען אין טורמע.

די אנטוויקלונג קומט דערנאך וואס די דרוק אויף די רוסישע רעגירונג איז געקומען פון אלע זייטן, און האט געווארנט די רוסישע באאמטע אז נאוואלני'ס טויט וועט אויפשטורעמען די וועלט.

אמעריקע און די אי.יו. פירערשאפט האבן שארף געווארנט רוסלאנד אז ס'וועלן זיין שווערע קאנסעקווענצן אויב נאוואלני שטארבט.

נאוואלני'ס אדוואקאטן און אליאירטע ווילן נישט בלויז אז נאוואלני זאל באהאנדלט ווערן, נאר זיי פארלאנגען אז די באאמטע זאלן צולאזן צו אים זיינע פריוואטע דאקטוירים.

שטיצער פון נאוואלני מאכן אוועק דאס אריבערפירן נאוואלני אין א שפיטאל-טורמע, זיי זאגן אז דאס איז א בלויזער שפיצל פון די רוסישע רעגירונג, וויבאלד דארט אין יענע אזוי-גערופענע שפיטאל קענען נישט קומען קיינע באזוכער, און דארט קען פוטין שיקן זיינע הענקער צו פאר'סמ'ען און אומברענגען נאוואלני.

שטיצער פון נאוואלני האבן פאררופן א ריזן פראטעסט אויף די קומענדיגע שבת. לויט ווי זיי געבן איבער איז די פראטעסט ערווארטעט צו זיין די גרעסטע וואס רוסלאנד האט נאר אמאל געזען, און די ארגאניזירער האבן פאררופן די פראטעסט אין דירעקטע רעזולטאט פון די אוממענטשליכע באהאנדלונג וואס נאוואלני באקומט אין די רוסישע טורמעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל