ניו-דעלהי - די הויפט-שטאט פון אינדיע, איז אריין אין לאקדאון, דערנאך וואס די ווירוס פארשפרייט זיך אויף א גאר שנעלע ראטע אין יענע געגנט, און אין אינדיע בכלל.
נעכטן, מאנטאג ביינאכט, איז אריין אין אפעקט די אפשליסונג וואס וועט אנהאלטן פאר זעקס טעג.
די טעגליכע נומערן פון אנגעשטעקטע איז ארויף צו צוויי הונדערט און זיבעציג טויזנט. ווי אויך איז די טויט-ראטע שטארק געשטיגן, מיט אזויפיל ווי קרוב צו זיבעצן הונדערט טויטע א טאג. די ארטיגע געזונטהייט אגענטורן האלטן ממש ביים אונטערברעכן פון די שווערע פלייץ פון קראנקע, מיט א מאנגל אין קריטיש-וויכטיגע מאשינען פאר שטערבליך קראנקע מענטשן.
דער בריטישער פרעמיער מיניסטער, 'באריס דזשאנסן', האט אפגעשטופט זיין ערווארטעטע רייזע צו אינדיע צוליב די פארערגערונג אין לאנד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה