'ראול קאסטרא', דער ברודער פון דער געוועזענער פירער פון קובא, 'פידל קאסטרא', האט געמאלדן אז ער גייט אפטרעטן פון זיין פירערשאפט פאזיציע אין די קאמוניסטישע פארטיי אין קובא.
קאסטרא האט אויפגעטרעטן ביי א גרויסע פארזאמלונג, צו פייערן די עפענונג פון די אכטע קאנגרעס, אנגעפירט דורך די דאמינירנדע קאמוניסטישע פארטיי (קיין אנדערע איז דאך סייווי נישט ערלויבט...). וואו ער האט געמאלדן זיין באשלוס צו רעזיגנירן פון זיין אמט אלס הויפט פון די פארטיי. אויף זיין פלאץ האט ער געשטעלט דער יעצטיגער פרעזידענט פון קובא, 'מידעל דיאז קאנעל'.
זיין אפטריט ברענגט צו אן ענדע פון די קאסטרא פירערשאפט, וואס האלט שוין אן פאר גאנצע 62 יאר, זינט די ארטיגע רעוואלוציע אין יאר 1959, ווען דער קאמוניסט און אכזר 'פידל קאסטרא' האט איבערגענומען די מאכט אין קובא.
קובא איז טאקע א קליין לענדל, מיט נאך א קלענערע עקאנאמיע, און מיט נאך א קלענערע ביישטייערונג צו די וועלט, אבער וואס פידל קאסטרא האט גאר גוט געקענט איז צו פראוואקירן און אים מאכן א שפילער אויף די וועלט-ארענע. ער האט אנגעדרייט גרויסע פראבלעמען פאר די פאראייניגטע שטאטן, מיט די שרעקעדיגע מיסל-קריזיס, ווען קאסטרא האט ערלויבט פאר רוסלאנד צו אויפשטעלן נוקלעארע שפיצן אין קובא. די וועלט איז דאן געשטאנען סעקונדעס אפגערוקט פון א נוקלעארע מלחמה צווישן די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד. ב''ה אז רוסלאנד האט זיך דערשראקן פון פרעזידענט קענעדי'ס שארפע ווארענונגען, און האט אפגעשטעלט אירע שיפן, עטליכע פיס אפגערוקט פון די רויטע ליניע וואס קענעדי האט אראפגעשטעלט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה