גרויסע פייער ביי די לעגענדארע טיש-בארג אין קעיפטאון - דרום-אפריקע

א גרויסע פייער האט אויסגעבראכן צופיסנס פון די באקאנטע טוריסט אטראקציע טיש-בארג, אין די הויפט-שטאט פון דרום-אפריקע - קעיפטאון.

די פלאמען ברענען ארויס פון קאנטראל, און איז אנגעקומען ביז די גרויסע אוניווערסיטעט אין קעיפטאון, וואו גאנצעטע געביידעס זענען ארויף אין פלאמען. צענדליגע היסטארישע דאקומענטן און באקאנטע לופלעטן זענען פארברענט געווארן און אוועק מיט די רויעך.

ארטיגע באאמטע זאגן אז ס'איז זיי געלונגען צו ראטעווען פילע היסטארישע חפצים און דאקומענטן, אבער א גרויס טייל איז יא פארברענט געווארן אין די פייער, און איז אן אומגעהויערע שאדן פאר דרום-אפריקע.

די פייער האט שוין פארכאפט א גרויסע חלק פון א נאציאנאלע פארק נעבן קעיפטאון, און אין געוויסע געגנטער איז די שיין פון די זון ממש נישט צום געפינען.

די טיש-בארג איז א באקאנטע טוריזם אטראקציע אין דרום-אפריקע, וואו די ריזיגע בארג זעט אויס פונדערווייטנס ווי א טיש, ווען אויבן איז פלאך, און די קליף איז טויזנטער פיס, ממש גלייך, אויף וואס ס'איז זייער שווער צו קריכן. 


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל