גרויסע אייזבארג צעשפליטערט

די וועלטס גרעסטע אייזבארג איז פארשווינדן געווארן, און זיך צעברעקלט אויף קליינע שטיקער, און א גרויס חלק דערפון האט זיך צעלאזט.

די ריזיגע אייזבארג וואס איז אוועקגעשווימען פון די אנטארטיקע קאנטינענט, איז געשווימען לאנגע שטרעקעס, און האט געדראעט צו אריינשמעטערן אין דאס אינזל דרום דזשארדזשיע, אין די דרום אטלאנטיק אקעאן.

די אייזבארג איז אמאל פאררעכנט געווארן צו זיין די גרעסטע אייזבארג אין דער וועלט, אבער היינט איז נישט דא קיין זכר פון יענע ריזיגע שטיק אייז, ס'איז צעשפליטערט געווארן צו הונדערטער שטיקער, וואס איז אפילו נישט אינטערעסאנט פאר די פארשער צו האלטן אן אויג אויף די איבערבלייבענישן פון די אמאליגע גרעסטע אייזבארג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל