רוסישע אפאזיציע פירער נאנט צום טויט

נאנטע צו 'אלעקסיי נאוואלני' זאגן, אז דער אפאזיציע פירער קען שטארבן יעדע רגע, דערנאך וואס די רוסישע רעגירונג לאזט נישט צו די ריכטיגע און פריוואטע דאקטוירים פון אלעקסיי נאוואלני, דער שרעקלאזע קריטיקירער פון 'וולאדאמיר פוטין'.

א ווארט-זאגער פאר נאוואלני געבט איבער, אז זיינע נירן האלטן ביי די שטאפלען פון זיך פארלעשן, און זיין מצב איז זייער ביטער, און ער דארף זאפארט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.

די רוסישע רעגירונג זאגט אז זיי האבן פארגעלייגט פאר נאוואלני באהאנדלונגען, אבער ער וויל עס נישט אננעמען. ווארשיינליך האט נאוואלני נישט קיין צוטרוי אין די רוסישע רעגירונג-דאקטוירים, וואס קענען אים פונקט אזוי אוועקלייגן ווי אויסהיילן...

דער אמעריקאנער פרעזידענט איז געפרעגט געווארן איבער די נאוואלני סיטואציע, אויף וואס ער האט רעאגירט: "ס'איז נישט קיין יושר וויאזוי נאוואלני ווערט באהאנדלט".


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל