א בילד וואס האט ארומגעכאפט די וועלט אין טרויער, איז שבת פארשפרייט געווארן, וויאזוי די בריטישע קעניגן זיצט אויף איר ארט אין די קלויסטער אליין, אנדערש ווי אלע צייטן ווען אויף איר זייט איז געווען איר לאנגיעריגער מאן 'פרינץ פילאפ'.
א העכסט דראמאטישע סצענע איז געווען די באגרעבעניש צערעמאניע פון פרינץ פילאפ, ווען מיליטערישע פאראדעס און פארכמארעטע מוזיק, האט באגלייט דעם גאנצן צערעמאניע. פון אלע דיוויזיעס אין די בריטישע ארמיי זענען געווען מארשירער, און אזוי באגלייט די קערפער פון דעם פארשטארבענעם פרינץ.
די קעניגן און די גאנצע קעניגליכע פאמיליע איז געגאנגען אנגעטון אין שווארצן, אלס א צייכן פון טרויער, און דאס האט ספעציעל ארויסגעברעגט סימפאטישע געפילן ביי מענטשן איבער דער וועלט, דערנאך וואס פילאפ איז געווען איר מאן פאר גאנצע 70 יאר, און דא דארף זי זיך שיידן מיט אים אויף שטענדיג.
נאך אן אינטערעסאנטע געשעעניש איז פארגעקומען ביי די באגרעבעניש צערעמאניע. פרינץ הערי - דער אנטלאפענער מיטגליד פון די קעניגליכע פאמיליע - איז געקומען צו פליען פון אמעריקע קיין ענגלאנד, צו אנטיילנעמען ביי די צערעמאניע פון זיין זיידע.
הערי און זיין ווייב זענען אריבער דראמאטישע טוישונגען זינט זיי האבן חתונה-געהאט, און האבן געפאקט פעק פון לאנדאן אוועקצושטיין פון די קעניגרייך.
עטליכע וואכן צוריק איז אויפגעשפילט געווארן אן אינטערוויו, וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט, אין וואס הערי און זיין ווייב 'מעגין', רייסן ארונטער די ווערטשאפט אין די קעניגליכע פאלאץ.
נעכטן אבער האט די אייז זיך עטוואס געבראכן, ווען הערי האט אויסגעטוישט ווערטער מיט זיין ברודער 'וויליאמס', וואס באדייט אז עפעס א שפאלט איז שוין דא אין די אינערליכע געשלעג אין די קעניגליכע פאמיליע. הערי'ס ווייב מעגין איז נישט אנגעקומען צו די צערעמאניע, נאר איז געבליבן אין זייער היים אין קאליפארניע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה