פאקיסטאן פארלאמענט וויל מעגליך פארשיקן דער פראנצויזישער אמבאסאדאר

די פאקיסטאנער פארלאמענט גייט אפהאלטן דעבאטעס, אויב זיי זאלן ארויסווארפן פון לאנד דעם פראנצויזישן אמבאסאדאר, דערנאך וואס גרויסע פראטעסטן קומען שוין פאָר פאַר לאנגע חדשים, ווי בירגער פראטעסטירן די פראנצויזישע רעגירונג און ספעציפיש א געוויסע צייטונג און פראפעסער.

ווי אונז האמיר שוין באריכטעט דא עטליכע טעג צוריק, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט מיט עטליכע חדשים צוריק אויסגעדרוקט זיין שטיצע פאר א געוויסער פראפעסאר וואס העצט שטארק קעגן דער איסלאמישער גרינדער 'מוכאמעד', ווי אויך פאר א געוויסע צייטונג וואס פאבליצירט שפאטישע קארטונס, אריינגערעכנט פון מוכאמעד.

די קארטונס פון מוכאמעד ווערט געזען דורך פילע מוסלעמענער ווי א חוזק-אטאקע אויף זייער שמייליגער פירער, און די עקסטרעמיסטישע טיילן פון איסלאם זענען גרייט צו פארגיסן בלוט אז די קארטונס זאלן קומען צו אן ענדע.

דערנאך וואס רופן זענען געקומען פון איסלאמישע גייסטליכע האט דער פראנצויזישער פרעזידענט קלארגעשטעלט, אז דעמאקראטיע באדייט, אז יעדער קען האלטן וויאזוי זיין הארץ באגערט, אזוי לאנג ווי מ'אטאקירט נישט פיזיש, אדער מ'העצט נישט פאר קיינע פארברעכנס.

די פראטעסטן אין פאקיסטאן האבן זיך שטארק פארשארפט אין די לעצטע עטליכע וואכן, דערנאך וואס די פאקיסטאנער רעגירונג האט אריינגעזעצט אין טורמע א באקאנטער גייסטליכער, פון אן עקסטרעמיסטישע סעקטע אין פאקיסטאן. די נאכפאלגער פון יענעם אימאם האבן דורכגעפירט ראיאטן פארנט פון די פראנצויזישע אמבאסאדאר, און קעגן די רעגירונג וואס האט איינגעשפארט זייער פירער.

זעענדיג אז די מצב גייט ארויס פון זייער קאנטראל, און אז א ריזן חלק פון די באפעלקערונג איז ביי די מיינונג אז די פראנצויזן באגייען א רעליגיעזער שענדונג פון דער מוסלעמענער גרינדער, האבן זיי אנגעהויבן צו באטראכטן די פרעצידענטלאזע שריט פון פארשיקן אן אמבאסאדאר צוליב רעליגיעזע געפעכטן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל