מיאנמאר אפאזיציע פלאנירט רעגירונג

די אפאזיציע אין מיאנמאר האט געלאזט הערן אז זיי פלאנירן צו פארמירן א רעגירונג, וואס זאל שטיין אין קעגנזאץ צו די יעצטיגע מיליטערישע רעגירונג וואס האט איבערגענומען די מאכט דורך א פוטש.

די אפאזיציע וויל אויפשטעלן א א רעגירונג פון די צעשפליטערטע גרופעס אין לאנד, אריינגערעכנט די אנפירער פון די אנטי-פוטש אקטיוויסטן, מינאריטעט גרופעס אין לאנד, ווי אויך די ארויסגעווארפענע ערוויילטע פירערן 'אנטסאר סוטשי'.

די מיליטעריש-אנגעפירטע רעגירונג האט זיך אין די לעצטע טעג ארויסגעלאזט אין א ברוטאלע אטאקע קעגן ציווילע בירגער וואס פראטעסטירן, און זיי זענען אויסן צו אפשטעלן די פלענער פון אויפשטעלן א קעגנזייטיגע רעגירונג.

אין געוויסע געגנטער האט מען געזען באוואפנטע אפאזיציע קרעפטן, וואס שטעלט אין א שווערע דילעמע די מיליטערישע רעגירונג, וויבאלד די יעצטיגע מאכט זייערע איז בלויז די פויסט פון די מיליטער, און אויב די אפאזיציע באוואפנט זיך, איז א פראגע פון צייט ביז ס'ברעכט אויס א פולער ציווילער קריג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל